מאריטיים היסטאריע מוזיאום

איבער די מאריטיים היסטאריע מוזיאום
די מאריטיים היסטאריע מוזיאום נוצט עקזיבישאנס, אקטיווטעטן, פארשונג, לערעריי און זאמלונגען פון מאריטיים אביעקטן אראפצומאלן די שוועדישע מאריטיים און ים קולטורע היסטאריע. די מוזיאום געפונט זיך ביי  Ladugårdsgärdet אין שטאקהאלם. אום 1938, נאך 40 יאר פון דיסקוסיעס איבער אזא סארט מוזיאום, האט די זאמלונג פון די שוועדישע מאריטיים פאראיין ענדליך געטראפן א פערמענאנטע פלאץ נאך יארן פון וואנדערן און ווערן ארויסעגשטעלט אין די שוין יעצט פארמאכטע מאריטיים מוזיאום אין שעפסבראן. אפילו די נאציאנאלע נעוועל היסטאריע זאמלומג מיט זייערע וואפנס און שיף מאדעלן פארבלייבן דא, נאכן ווערן געוויזן ביי א וואלרד פעיר אין די געגענט.  

ראגנער ערסטבערי'ס קלאסישע און גוסטאוויען סטייל דיזיין מיט אביסל ליכטיגע פונשענעליסט סימפליסיטי איז איבערגעשטיגן צוויי קאנקורירנדע ארכיטעקטן, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום איז געווארן עפעס וואס שטארט ארויס איבער די שטאקהאלם הימלען. אויב קוקט איר אויף א מאפע פון שטאקהאלם וועט איר זעהן אז סיטי האלל, וואס איז אויך דיזיינט געווארן דורך ראגנער ערסטבערי, פארמירן די שפיץ פון א אנקער, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום'ס געדרייעטע פארם,  פארמירט די אונטערשטע טייל.